...וואַרט אויס אַ רגע
כ'האָב אויסגעטאָן פון זיך
און עס אויפגעהאַנגען
...אויף אַ בוים אין פעלד
,זאָל עס דאָרטן הענגען
,וואו די ווינטן בלאָזן
,וואו די רעגנס שמייסן
.וואו עס בריט די קעלט
,זאָל עס דאָרטן קלינגען
ווי קלינגען פלעג עס פריער
,און מײנען, אַז ס'הענגט נאָך
...נאַרעלע, אויף מיר
,מיר זיצן ביי אַ גלעזל מעשיות
– טרינקען וויין פון ביכער גראָבע
,דער ביכער־וויין איז פול מיט מעלות
.די גלעזלעך מעשיות – פול מיט גראָדן
,נאָך פרישן ביכער־וויין מיר שיקן
– אויף גלעזלעך מעשיות מאַכן ברכות
מיר פון די מעשיות ווערן שיכור
...און פונעם וויין באַקומען חכמה
אָט פּלוצעם לעבן טיש באַווייזט זיך
,אַלבערט איינשטיין
,זיין פּיפּקע פייערט
,ער טרינקט אויס אַ גלעזל מעשיות
"!הייבט אויף אַ בוך און זאָגט – "לחיים
:מיר זינגען
לאָמיר אַלע אינאיינעם, אינאיינעם"
,איינשטיינען מקבל־פּנים זיין
– איינשטיינען מקבל־פּנים זיין
,לאָמיר אַלע אינאיינעם
,לאָמיר אַלע אינאיינעם
"...טרינקען אַ ביכעלע וויין
בײם טיש מיר זיצן מיט אײנשטײנען
ער, שטיל דערציילט אַ סוד אַ טיפן
אַז איצט אפילו אין גן־עדן
,אָט נעמט אַלבערט אין הענט זיין פידל
– און מיט ניגונים אונדז באַרויכערט
אַ שײנע וועלט אַ רעלאַטיווע
...דער טרוים איז וואָר און וואָר – די טרוימען
,ניטאָ איינשטיין
.ניטאָ זיין פידל
און בלויז די פּיפּקע אויף א ביכל
– גערויכערט האָט זיך מיט אַ ניגון
לאָמיר אַלע אינאײנעם, אינאײנעם"
"...אײנשטײנען מקבל־פּנים זײן,אײנשטײנען מקבל־פּנים זײן
ווי דער ערשטער
,איז וואָס זשע
אַז די דאָזיקע ווערטער
האָט מען געזאָגט שוין
?אַזוי פיל מאָל אויף דער ערד
היינט זאָג איך זיי דיר
,ווי איך וואָלט געזאָגט זיי דער ערשטער
,ווי דו וואָלסט געווען יענע ערשטע
,וואָס די ווערטער
.די אייביקע הערט
היינט זאָג איך זיי דיר
אַזוי ווי ס'האָט אפשר
...גאָט "יהי אור" בראשית געזאָגט
און מיטאַמאָל פון מיינע פיר ווערטער
אויך ליכטיקער ווערט
,אויף אַ שטראַלכל די וועלט
:די נאַכט און דער טאָג
...איך האָב דיך ליב,איך האָב דיך ליב
די נשמה
מסתמא יעדער נשמה
האָט אין די הימלען
איר נומער
און נאָמען
ס'זאָל מיט איר אין אַ געוויסער צייט
פאַרבינדן גרינג און גיך זיך קאָנען
.עמעצער פון די הימל־לייט
מע זאָל אויפן ווילן
איר וויכטיקסטן ווירקן
,העלפן מיט עפּעס
צי איר געבן אַן עצה
,ווען ערגעץ אין מיין גוף
אין אַ ליכטיקן ווינקל
זי פּייניקט זיך בײ נאַכט
...מיט אַ נשמה־ווײטיק
,כ'האָב אין אַ טאָג, ווי אין אַ חלום
,פּלוצעם אַ ניגון אין זיך דערהערט
דערנאָך אַ קול אומבאַקאַנטן
?ביסט משה בן ישעיהס נשמה –
וואַרט אויס אַ רגע
באַלד וועט מיט דיר
...דיין האַר – דער אייביקער רעדן
:אַ ליכטיקע שטילקייט
,אַלאָ –
...שלום
דאָס אוראייניקל
,אַ רעגנדל
אַ רעגנדל אַ יונגס
פון דער ווייטנס קומט צו לויפן
,אויף אַ דאַך עס טוט אַ שפּרונג
– טוט אַ גליטשע זיך פון אויבן
,אויף מיין נייעם רעגן־מאַנטל
אויף די ליפּן, אויף די באַקן
נעמט זיך טאַנצן ווי אַ ממזר
.אויף מיין שטערן אַ האָפּאַקל
,הײ, דו, רעגן־רעגנדל
,חוצפּהניק, אומחניקער
,ווער זענען דײנע עלטערן
?צי וועמענס ביסטו אייניקל
מיין עלטער־עלטער־זיידעניו –
,געקענט האָט ער נאָך נחן
,געקענט האָט ער זײן תיבה
.און אויכעט זײנע זין
– אָט יענעם מבולס אייניקל
אור־אור־אור־אור אוראייניקל
,איך בין
,איך בין
...איך בין
0 Comments:
הוסף רשומת תגובה
<< Home