יום חמישי, אפריל 20, 2006

אַ רעגן־בויגן אין אַ טרער

<>

MOLDOVA FIGURSKI

PHOTO: Pawel Figurski 2005


ליכטיק־אומעטיקע רגעס


ווען אין אונדז פאַרטריקנט ווערט,
דאָס בײמל, וואָס האָפענונג הײסט,
וואו נעמט מען דעמאָלט
אַ ביסעלע פרײד – ווי אַ טרער די גרײס? –
מע זאָל מיט דעם ביסל,
מיט דער טרער פון פרײד
דאָס בײמל באַגיסן,
וואָס האָפענונג הײסט...


* * *

די זון וואַרעמט שוין קוים־קוים,
דער דרויסן אויפן ווינטער וואַרט.
אַן אײנציק בלעטל אויף אַ בוים
וואַרפט זיך ווי דעם אָסיענס האַרץ...


* * *

דו ביסט אַריינגעפלויגן אין מיין האַרץ,
ווי אַ פאַלנדיקער שטערן.
אָפּגעבריט, באַלויכטן און אַרויס
מיט עטלעכע ליכטיקע טרערן...


* * *

ס'איז געווען גלייך ווי גאָר ניט לאַנג –
די ליבע,
אירע הענט אין מיינע הענט,
און דער רויטער זונפאַרגאַנג,
ווי אַ חופּה אין הימל הענגט.

די ליבע איז דורך ווי אַ געזאַנג,
אויסגעדעכעט, ווי אין אַ גלאָז דער וויין.
נאָר אונדז דער רויטער זונפאַרגאַנג
וועט שוין קײנמאָל מוחל ניט זיין...


levitan2

Isaac Levitan

* * *

פונעם וואַלד אַן איוועלע
האָט מיר געבראַכט אַ בריוועלע.
אַ בריוועלע – געל בלעטעלע,
פון אַ בערעזע אַ ווערטעלע.
אַ ווערטעלע – אַ טענה –
וואו ביסטו, חבר מיינער?



* * *

עס שטײט אַ בלום אין אַ קרישטאָלענער וואַזע.
לעבן דער וואַזע, אויפן טישטעך ווייסן,
ליגט אַ פאַרוועלקנט בלומענבלעטל,
וואָס האָט זיך אַלײן גענומען דאָס לעבן...


* * *

אַ רעגנדל נאָך אַ רעגנדל
טוט אָן אויף זיך אַ טליתל
און פּאַמעלעך שוועבנדיק
פונעם הימל פאַלן זײ –
ס'גײט דער ערשטער שנײ...


* * *

אויף יענער זייט פענצטער שיט אַ שנײ.
דריי עפּל אויף אַ טעלער דרימלען.
ווי אין אַ חלום, עס דאַכט זיך זײ,
אַז וועסנע־צוויט היינט פאַלט פונעם הימל...


HOPPER emprty room

Edward Hopper


* * *

אין דעם צימער האָבן שוין פון לאַנג
אָפּגעקלונגען ווייטע וועסנעס.
ווי אַ געל בלעטל הענגט אויף אַ וואַנט
אַ גיטאַרע –
צווישן זייטלעך פון טעג אַ פאַרגעסענע...


* * *

ווען הינטן אויף מיין לעבנסוועג
זאָל ניט בלייבן קײן ליכט –
וואָס וואָלט איך געזען,
אויף צוריק אומקוקנדיק זיך?

ווען אין מיין ווייטן מאָרגן
זאָל ניט שטראַלן קײן ציל –
וועמען וואָלט איך געטראָגן
מיין האַרץ אויפן טאַץ פון געפיל?...


* * *

עס פליסן טרערן
פון אירע פייכטע אויגן.
פּלוצעם אַ שטראַל צינדט אָן
אין אירער אַ טרער – אַ רעגן־בויגן...


raduga

Artist: Mikhail Kheifits, 1943



1 Comments:

At 5:53 AM, Blogger Mauro C. said...

Hi there!

I have a challenge for all the Lovers around the world:

1 Blog, 1 Million Love Messages from All Around The World

Let’s make history writing about the most beautiful thing in the globe.

I’m waiting for your messages

Thanks,

1MillionLoveMessages.blogspot.com

 

הוסף רשומת תגובה

<< Home