פּרו ורבו
דער געטלעכער אָנזאָג: פּרו ורבו
די סאָלדאַטן פונעם פּרו־ורבו־פראָנט געווידמעט
פרוכפּערט אייך און מערט אייך
וואו עס קומט אייך אויס –
אויף דעם באָדן, אויף אַ בוים –
אין אַ פעלד צווישן פּאַפּשויס,
אויף אַ סטערטע שטרוי צי היי
און אַוודאי ווינטער –
נאַקעט אויפן שניי.
אויפן בוידעם
און אין קעלער – בעסער
אויף די קיילעכדיקע פעסער.
אין מאַשין און אין אַ טראַקטער,
אין אַ גיכן אַעראָפּלאַן –
ווען אַ טעראָריסט פאַרכאַפּט אים
און אונטן רוישט אַן אָקעאַן.
פּרואווט, ווען ס'איז אַ שטורעם־וועטער,
צווישן כוואַליעס פונעם ים,
וואָס זייער הייך איז צוועלעף מעטער.
פּרואווט אין מידבר אויפן זאַמד,
ווען ס'פּויזעט־צו אויף אייך אַ שלאַנג.
אין טעאַטער, ווען אָטעלאָ
דושעט דעזדעמאָנען,
און מע וויינט סיי אין פּאַרטער,
סיי הויך אויף די באַלקאָנען...
סעקס איז קונסט; אַקטיאָרן – איר,
ס'וועט אייך מוחל זיין שעקספּיר.
צווישן רעלסן אויף די שפּאַלעס,
איבער אייך פליט אַן עקספּרעס...
יאָ, מיר זיינען סעקס־טרימאַלן
מיר זוכן ניט קיין לייכטן סעקס!
האָט ניט מורא פאַר עבירות
איר פילט אויס דאָך דעם געבאָט.
זיך פרוכפּערטן און מערן –
געהייסן האָט אונדז גאָט!
גאָט איז אונדזער טאַטע –
מיר האָרעווען אָן רו,
מיר דינען ווי סאָלדאַטן
דעם אָנזאָג: פּרו ורבו.
2
פרוכפּערט אייך און מערט אייך
ווען עס קומט אייך אויס:
אין דער צייט ווען איר פלאַנצט,
און אין דער צייט,
ווען פלאַנצן אָפּרייסן קומט אויס.
אין דער צייט ווען איר קלאָגט,
און אין דער צייט ווען איר טאַנצט.
אין דער צייט, ווען איר צעשטערט,
און אין דער צייט ווען איר בויט.
אין דער צייט ווען איר האַלט אין וויינען,
און אין דער צייט ווען איר לאַכט.
אין דער צייט ווען איר צעוואַרפט די שטיינער,
און אין דער צייט ווען שטיינער
קלייבט איר שוין צונויף...
געפינט פאַר דעם אַ שעה
ביי נאַכט, גאַנץ פרי, ביי טאָג.
ביי דער אַרבעט – אויך ניט רוען,
נאָך דער אַרבעט – ניט געשטערט.
פאַרן עסן – אַ רפואה
נאָכן עסן – אַ דעסערט.
– ווען איר זענט נאָך יונג,
און ווען איר זענט שוין אַלט.
אויפן טויטבעט פאַרן שטאַרבן
פאַרן זאָגן "שמע-ישׂראל"
און אַפילו
נאָך דער תּפילה,
וועט דאָך אויך ניט שאַטן,
ס'מעג דער מלאך־המוות,
אויף אייך אַ ביסל וואַרטן.
זאָל דער קרעכץ, דער לעצטער –
זיין אַ ליבע־קרעכץ!
פרוכפּערט אייך און מערט אייך –
מיט אייער ווייב און מיט אַ שכנה.
מיט אַלמנות איז אַ מיצווה,
מיט אַ מיידל, מיט אַ שיקסל,
אויך מיט יידענעס, מיט גויהס,
מיט בלאָנדינקעס, מיט ברונעטקעס,
מיט געל־רויטע פייער־פרויען.
מיט אַ ציגיינערטע, אַ ווילדער,
זי צען קליידער טראָגט אויף זיך,
און שעפּטשעט:
– כ'וויל דיך,
כ'וויל דיך,
כ'וויל דיך,
ווען איר דערקלייבט זיך סוף־כּל־סוף
צו איר הייסן גוף.
אין אַמעריקע, אין שטאַטן –
מלא־טעמיק אַ מולאַטקע.
אין יאַפּאַן – געוויס, אַ גיישע,
וואָס זי וואָרקעט אין דער פרי:
– איי, גיי שוין,
גיי שוין,
גיי שוין...
באַליידיקט ניט די ווייבעלעך:
פון אַפריקע דער שוואַרצער,
פון דער ווייסער אַרקטיקע –
כ'לעבן, אַז מיר שטרעבן
צו אַ סעקס – פילפאַרביקן!
אַ סעקס – פאַרשיידנאַרטיקן!
3
פרוכפּערט אייך און מערט אייך
מיט אַ הויכער,
וואָס זי שפּילט אין באַסקעטבאָל,
קוים־קוים איר גרייכט איר ביזן פּופּיק,
און, פאַרשטייט זיך, אויכעט
מיט אַ צוויי־דריי ליליפּוטקעס מיט אַ מאָל –
אַקראָבאַטקעס, פון אַ צירק פון ליליפּוטן.
מיט אַ מאָגערער, אַ דאַרער, ווי אַ פייג,
מיט אַ גראָבער,
וואָס אַ פערטל טאָן זי וועגט –
זאָל זי האָפּען,
העפּען,
העצקען זיך אויף אייך
מיט אַלע אירע אוצרות וואָגיקע –
מיר זוכן ניט קיין גרינגן סעקס,
מיר זיינען סעקסאָהאָליקערס!...
אַפילו אָט די ליד
מיט אַן איילנדיקער פּען
האָב איך דאָך געשריבן –
איר שטעלט זיך פאָר מסתּמא ווען.
איז, אפּיקורסים,
מענטשן פרומע,
זאָל דאָס "פּרו ורבו",
אייך אַלע וואויל באַקומען –
אין אַ מזלדיקער שעה!
און האָט ניט מורא פאַר עבירות
איר פילט אויס דאָך דעם געבאָט.
זיך פרוכפּערטן און מערן –
געהייסן האָט אונדז גאָט!
גאָט איז אונדזער טאַטע –
מיר האָרעווען אָן רו,
מיר דינען ווי סאָלדאַטן
דעם אָנזאָג: פּרו ורבו.
0 Comments:
הוסף רשומת תגובה
<< Home