יום חמישי, אוקטובר 20, 2016

די נעכטיקע ליכט

--


די נעכטיקע ליכט
אין קילע, גאָלדענע סעדער
איז שוין ווידער אַ בלעטערפֿאַל.
ער ברענגט אין די מידע הערצער
פֿון אומעט אַ וואַרעמען שטראַל.
אַ שטראַל פֿון העלע קאַיאָרן,
וואָס שײַנען פֿון ערגעץ קוים־קוים.
פֿון אָוונטן שטילע און קלאָרע
מיט שטערן ווי עפּל אין רוים.
אַ שטראַל פֿון דער ליבע, דער ערשטער,
ווי אַ געל בלאַט אין האַרצן זי ליגט...
דער אָסיען אין גאָלדענע סעדער
באַקרוינט איז מיט נעכטיקער ליכט...