יום ראשון, דצמבר 25, 2011

אַ גלעקל אויף אַ בוים





אויף אַ בוים הענגט אַ גלעקל,
פֿאַרגעסן האָט עס ווער?
עס הערט ניט אויף צו וועקן,
צו קלינגען אויף דער ערד.

עס הערט ניט אויף צו וויינען,
סע וואַרט דעם בעל־הבית,
נאָר עס קומט ניט קיינער,
גיי און ווייס פֿאַר וואָס.

און אפֿשר גאָר אַ מלאך
האָט עס דאָרט געלאָזט –
זאָלן הערן אַלע:
ס'איז דאָ אַ בעל־הבית!