יום שני, מרץ 16, 2015

ס'איז דאָ אַ בעל־הבית






אויף אַ בוים הענגט אַ גלעקל,
פֿאַרגעסן האָט עס ווער?
עס הערט ניט אויף צו וועקן,
צו קלינגען אויף דער ערד.

עס הערט ניט אויף צו וויינען,
סע וואַרט זײַן בעל־הבית,
נאָך אים עס קומט ניט קיינער,
גיי און ווייס פֿאַר וואָס.

און אפֿשר גאָר אַ מלאך
אויפֿן בוים האָט עס געלאָזט –
הערן זאָלן אַלע:
ס'איז דאָ אַ בעל־הבית!