יום ראשון, מרץ 04, 2018

מײַן ווייטיק





ווען פֿונעם גאַנצן גאָלד, וואָס שטראַלט אויף דער ערד
איך וואָלט געשטעלט אַ דענקמאָל מײַן ליבער
וואָס ער מיטן קאָפּ צו די שטערן דערגרייכט –
וואָלט דען קלענער געוואָרן מײַן ווייטיק?


ווען פֿון אַלע שטערן איך וואָלט בײַ נאַכט
אַ מאָזאַיִשן פּאָרטרעט פֿון מײַן ליבער
אין הימל צענויפֿגעשטעלט –
וואָלט דען קלענער געוואָרן מײַן ווייטיק?

ווען פֿון אַלע ימען און אָקעאַנען
אַ וואַסערפֿאַל, וואָס וויינט נאָך מײַן ליבער,
איך וואָלט באַשאַפֿן צווישן העכסטע בערג –
וואָלט דען קלענער געוואָרן מײַן ווייטיק?..

Like
Comment
Comments