יום ראשון, מרץ 04, 2018

מײַן ווייטיק





ווען פֿונעם גאַנצן גאָלד, וואָס שטראַלט אויף דער ערד
איך וואָלט געשטעלט אַ דענקמאָל מײַן ליבער
וואָס ער מיטן קאָפּ צו די שטערן דערגרייכט –
וואָלט דען קלענער געוואָרן מײַן ווייטיק?


ווען פֿון אַלע שטערן איך וואָלט בײַ נאַכט
אַ מאָזאַיִשן פּאָרטרעט פֿון מײַן ליבער
אין הימל צענויפֿגעשטעלט –
וואָלט דען קלענער געוואָרן מײַן ווייטיק?

ווען פֿון אַלע ימען און אָקעאַנען
אַ וואַסערפֿאַל, וואָס וויינט נאָך מײַן ליבער,
איך וואָלט באַשאַפֿן צווישן העכסטע בערג –
וואָלט דען קלענער געוואָרן מײַן ווייטיק?..

Like
Comment
Comments

יום שני, פברואר 26, 2018

די ליבהאָבערין פון קונסט

די ליבהאָבערן פֿון קונסט

איך האָב זיך פֿאַרן מיידל באַרימט:
– אַ שטיבל , וואָס ניטאָ איז בײַ אַנדערע,
האָט אויסגעבויט אין שטעטל פֿאַר מיר
אַן אַרכיטעקט – אַ "מיקעלאַַנזשעלאָ"!

איך האָב זיך פֿאַרן מיידל באַרימט:
– אַ "שאַגאַל" פֿון אונדזער געגנט,
האָט באַמאָלט אַ צימער פֿאַר מיר
מיט פּאָרלעך, וואָס פֿליִען און שוועבן.

איך האָב זיך פֿאַרן מיידל באַרימט:
–"סטראַדיוואַרי" – אים רופֿן די ייִדן,  
האָט באַשאַפֿן אַ בעט פֿאַר מיר –
וואָס קאָן זינגען בײַ נאַכט, ווי אַ פֿידל.

זי האָט געזאָגט מיר מיט אַ ברען:
– איז קום זשע גיכער, ליבער,
צו דײַן "סטראַדיוואַרי"־בעט,
אין "שאַגאַל"־צימער
פֿון "מיקעלאַנדזשעלאָ"־שטיבל!...

פֿון קונסט ווערט דאָס מיידל אַנטציקט...
אַ גאַנצע נאַכט האָט פֿאַר אונדז ווי אַ פֿידל
געזונגען דאָס בעט מוזיק
פֿון אַ "בעטהאָווען"
                         אַ היגן...

יום שבת, יולי 29, 2017

די זאָרגלאָזיקע ציגײַנער

-


די זאָרגלאָזיקע ציגײַנער

1
די זאָרגלאָזיקע ציגײַנער
אין בעסאַראַביע געוואַנדערט.
און אַ ציג בײַ משה לאַנדעס
אין אַ שטעטל צוגעגנבֿעט.
און דערנאָך בײַ גאָלדען בענציעס
אויך דאָס טעכטערל דאָס איינציקס,
צוגעגנבֿעט איר קליין מיידל,
מיטן שיינעם נאָמען שיינדל.

2 
זי געכאַוועט אין זייער טאַבאָר,
מיט איר ציגײַנעריש גדברט.
געלערנט טראָגן קליידער לאַנגע,
זינגען פֿלאַמיקע געזאַנגען,
זאָגן נאָכן קאָרטן וואַרפֿן,
וואָס געווען און וואָס קאָן וואַרטן,
וווּ און ווען מע איז געבוירן,
פֿאָרויסזאָגן יענעמס גורל.

3 
בייזע ווינטן, שלעכטע צײַטן...
די רומענער מיט די דײַטשן
טרײַבן אין אַ ווײַטן לאַגער
אי די ייִדן אי דעם טאַבאָר.
זיי באַזעצט אין ענגע שטאַלן
אויף צו מוטשען זיך און שטאַרבן
אויף צו ווערן דאָרט פֿאַרפֿרוירן
ציגײַנער, ייִדן מיט איין גורל.

4 
אין אַ ווינטערנאַכט אין ענגשאַפֿט
אויסגעגאַן איז גאָלדע בענציעס
פֿאַרן טויט האָט זי צעוויינט זיך:
– וווּ זשע ביסטו טאָכטער שיינדל?
אויך געשטאָרבן איז פֿאַר הונגער
די ציגײַנערטע די יונגע
געהערט פֿון איר האָבן די ראָמען
דאָס לעצטע וואָרט אויף ייִדיש "מאָמע".

5
ביידע האָט מען זיי באַהאַלטן
אינעם פֿרײַען פֿעלד אין קאַלטן.
ביידע ליגן זיי אין איינעם
גאָלדע בענציעס און איר שיינדל.
און געוויינט האָבן בײַם קבֿר
די ציגײַנער אויף זייער שטייגער
און די ייִדן, ווי געוויינטלעך
מיט אַ קלאָג און תּפֿילה וויינען...

6 
די זאָרגלאָזיקע ציגײַנער
אין בעסאַראַביע געוואַנדערט.
און אַ ציג בײַ משה לאַנדעס
אין אַ שטעטל צוגעגנבֿעט.
און דערנאָך בײַ גאָלדען בענציעס
אויך דאָס טעכטערל דאָס איינציקס,
צוגעגנבֿעט איר קליין מיידל,
מיטן שיינעם נאָמען שיינדל...



יום ראשון, דצמבר 04, 2016

צוויי לידער מיט זייער איבערזעצונג אויף רוסיש



מײַנע "איך"

צוויי "איך" אין מיר וווינען בשכנות,
צוויי "איך" אין מיר אומרוּיִק וואַכן,
איין "איך" האָט ליב צו וויינען,
דער צווייטער – האָט ליב צו לאַכן.

בײַ גרויסע צרות, בײַ קליינע,
ליידן ווען כ'האָב, צי נחת –
איין "איך" האַלט אין איין וויינען,
דער צווייטער – האַלט אין איין לאַכן.

דער פֿריילעכער "איך" איז מיר היימיש.
אים וואָלט געגעבן די מאַכט איך.
נאָר וועו איין "איך" הערט אויף צו וויינען,
איז דער צווייטער – הערט אויף צו לאַכן.

Два я

Мою душу сотворя,
Бог вдохнул в неё два “я”
“Я” одно улыбку прячет,
“Я” второе вечно плачет.

Постучит беда в окно,
Двери радости открою –
Горько плачет “я” одноь
Улыбается второе.

Этот театр двух ролей
Подошёл бы мне едва ли.
я веселое милей
Для меня, чем “я” печали.

Но души моей глаза
Так же трепетны, как скрипка.
Лиш исчезнет в них слеза,
Тут же пропадёт улыбка.

(пер. Рудольф Ольшевский)

מײַן גורל

אין אַ ייִדישן שטעטל
אַ ייִדישע מאַמע האָט מיך געבוירן.
זײַן אַ ייִד איז מײַן פֿאַרחתמעטער גורל.

כ'טראָג אויף זיך די דאָזיקע לאַסט
און האַלט ניט אויף קיינעם
אין האַרצן קיין כּעס.

די לאַסט ווערט שווערער
פֿון יאָר צו יאָר.
מיר זײַנען געוואָרן
אַן אייביקע פּאָר.

נאָר אונטער איר שווערקייט
וועל איך ניט קניִען,
אַדאַנק איר שווערקייט
קאָן איך דאָך פֿליִען.
Опасение

Вся родня моя – евреи,
От портных до лекарей,
С каждым годом всё острее
Чувствую, что я еврей.

Нет защиты от злодейства,
Мы родились не в раю.
И несу я груз еврейства –
Ношу тяжкую свою.

Я бысбросил эту ношу.
Отдохнуть бы дал плечу.
Да боюсь, что если сброшу,
Больше в небо не взлечу.


(пер. Рудольф Ольшевский)  



יום חמישי, אוקטובר 20, 2016

די נעכטיקע ליכט

--


די נעכטיקע ליכט
אין קילע, גאָלדענע סעדער
איז שוין ווידער אַ בלעטערפֿאַל.
ער ברענגט אין די מידע הערצער
פֿון אומעט אַ וואַרעמען שטראַל.
אַ שטראַל פֿון העלע קאַיאָרן,
וואָס שײַנען פֿון ערגעץ קוים־קוים.
פֿון אָוונטן שטילע און קלאָרע
מיט שטערן ווי עפּל אין רוים.
אַ שטראַל פֿון דער ליבע, דער ערשטער,
ווי אַ געל בלאַט אין האַרצן זי ליגט...
דער אָסיען אין גאָלדענע סעדער
באַקרוינט איז מיט נעכטיקער ליכט...


יום שבת, אוקטובר 01, 2016


באַלד קום איך





אַ מתּנה דובֿ־בערן                         
עס שמעקן אין פֿעלד די בלומען,
עס פֿינקלען אין הימל די שטערן,
באַלד, באַלד וועל איך קומען –
אָט גיי איך געבוירן ווערן

עס וואַרטן שוין בלויע אַרומען
מײַן גורל וואַרט מיט זײַן גזירה,
באַלד, באַלד וועל איך קומען –
אָט גיי איך געבוירן ווערן...
  סעפּטעמבער, 9-8, 2016                







יום שני, אוקטובר 12, 2015

משה לעמסטער אויף שפּאַניש