יום ראשון, יוני 22, 2014

דריי לידער וועגן מיידלשער ליבע


Illustration by Stasis Krasauskas for E. Miezelaitis' poem Man. 1960



דרײַ לידער וועגן אַ מיידלישער ליבע

עס פֿאַלט אַ טרוקן בלעטל
אויף דער נאַסער ערד,
וואו זשע איז מײַן חתן,
וואָס גאָט האָט אים באַשערט?

וויפֿל קאָן איך וואַרטן,
גאָטעניו, מיר זאָג,
עס קומט צו מיר דער שכן
מיט בלומען יעדן טאָג.

די מאַמע זאָגט מיט כּעס מיר
בלײַבן וועסט אַ מויד,
זע, פֿאַר דיר דער שכן
אין הויף אַ שטיבל בויט.

פֿון מײַנע אויגן רינען
אַ טרערל נאָך אַ טרער,
וואו זשע איז מײַן חתן,
וואָס גאָט האָט אים באַשערט?



*   *   *

ער איז אָנגעפֿלויגן,
ווי אַ שטורעמווינט,
פֿאַרדרייט מיך און פֿאַרצויגן,
ווי כ'וואָלט געוואָרן בלינד.

געהערט האָט עס די ווערבע,
בײַם טײַך דאָס גראָז דאָס ווייכע
זײַנע ליבעווערטער,
מײַנע זיפֿצן הייסע...

ליכטיק איז מײַן אומעט
הײַנט אויפֿן הויכן ברעג...
ווי אַ ווינט געקומען,
מיטן ווינט אַוועק...



*   *   *

אַ שניי פֿון ווײַסע בלימלעך
פֿאַלט אין עפּלסאָד.
עס איז אַוועק מײַן ליבער,
זײַ אים, מוחל, גאָט.

נאָר איך לעב ניט איבער,
ווען פֿאַלן וועלן עפּל,
פֿאַרשטיין וועט מײַן ליבער,
ווי איך וועט ער ניט טרעפֿן.

באַלד קומט דער פֿרילינג ווידער,
גאָט שיקן וועט אין מײַ,
פֿאַר מיר אַ נײַע ליבע,
עס קאָן דען אַנדערש זײַן?...