יום ראשון, מרץ 30, 2008

פונעם פּורים־שפּיל

-









,כ'האָב אויסגעטאָן די לעצטע מאַסקע
.דאָס אַטלעס־העמד, וואָס שטראַלט מיט רויטס
– די יונגע אסתר, זי'ז אויכעט מסכים
.גענוג, פון פּורים־שפּיל גיי איך אַרויס

ס'קוקט אויף מיר דער אַלטער שפּיגל
,אין אים ניט דער, וואָס איז ניט־לאַנג
אַריין אין ראָד פון פּורים־שפּילער
.מיט פרישן, פלאַמיקן געזאַנג

.אַריין, ווען שניייען זיך צעגייען
.אַרויס, מיט אַ פאַרשנייטן קאָפּ
,נאָר כ'האָב זיך אויסגעלערנט פרייען
.אויב וויינען ווילט זיך אויף אַ קול

ברוגז הענגען מאַסקעס מידע
.אויף מיינע ווייסע, הוילע ווענט
די יוגנט־פריינד, די גוטע ברידער
.האָבן היינט מיך ניט דערקענט

עס לעשט זיך, ווי אַן אָסיען־שייטער
.דאָס העמד, וואָס אין אַ קאַסטן ליגט
?ווער ביסטו, זאָג מיר –
– פרעגט אַ ווייבל
...זי האָט אַ מאָל דאָך מיך געליבט

,בלויז זיי, די לצים, פּורים־שפּילער
דאָרט ערגעץ אויף דער צענטער גאַס
געדענקען, היטן, גיבן איבער
.מיין יעדן וויץ און יעדן שפּאַס

,מיט מרדכין, מיט דער שיינער אסתר
.מיט זיי פאַרבליבן אויך מיין ליד
,וואָס פון אַ ווייטער ווייטקייט הערט זיך
.וואָס יונגע הערצער וועקט און בריט

2008 - 2007