יום שבת, יולי 29, 2017

די זאָרגלאָזיקע ציגײַנער

-


די זאָרגלאָזיקע ציגײַנער

1
די זאָרגלאָזיקע ציגײַנער
אין בעסאַראַביע געוואַנדערט.
און אַ ציג בײַ משה לאַנדעס
אין אַ שטעטל צוגעגנבֿעט.
און דערנאָך בײַ גאָלדען בענציעס
אויך דאָס טעכטערל דאָס איינציקס,
צוגעגנבֿעט איר קליין מיידל,
מיטן שיינעם נאָמען שיינדל.

2 
זי געכאַוועט אין זייער טאַבאָר,
מיט איר ציגײַנעריש גדברט.
געלערנט טראָגן קליידער לאַנגע,
זינגען פֿלאַמיקע געזאַנגען,
זאָגן נאָכן קאָרטן וואַרפֿן,
וואָס געווען און וואָס קאָן וואַרטן,
וווּ און ווען מע איז געבוירן,
פֿאָרויסזאָגן יענעמס גורל.

3 
בייזע ווינטן, שלעכטע צײַטן...
די רומענער מיט די דײַטשן
טרײַבן אין אַ ווײַטן לאַגער
אי די ייִדן אי דעם טאַבאָר.
זיי באַזעצט אין ענגע שטאַלן
אויף צו מוטשען זיך און שטאַרבן
אויף צו ווערן דאָרט פֿאַרפֿרוירן
ציגײַנער, ייִדן מיט איין גורל.

4 
אין אַ ווינטערנאַכט אין ענגשאַפֿט
אויסגעגאַן איז גאָלדע בענציעס
פֿאַרן טויט האָט זי צעוויינט זיך:
– וווּ זשע ביסטו טאָכטער שיינדל?
אויך געשטאָרבן איז פֿאַר הונגער
די ציגײַנערטע די יונגע
געהערט פֿון איר האָבן די ראָמען
דאָס לעצטע וואָרט אויף ייִדיש "מאָמע".

5
ביידע האָט מען זיי באַהאַלטן
אינעם פֿרײַען פֿעלד אין קאַלטן.
ביידע ליגן זיי אין איינעם
גאָלדע בענציעס און איר שיינדל.
און געוויינט האָבן בײַם קבֿר
די ציגײַנער אויף זייער שטייגער
און די ייִדן, ווי געוויינטלעך
מיט אַ קלאָג און תּפֿילה וויינען...

6 
די זאָרגלאָזיקע ציגײַנער
אין בעסאַראַביע געוואַנדערט.
און אַ ציג בײַ משה לאַנדעס
אין אַ שטעטל צוגעגנבֿעט.
און דערנאָך בײַ גאָלדען בענציעס
אויך דאָס טעכטערל דאָס איינציקס,
צוגעגנבֿעט איר קליין מיידל,
מיטן שיינעם נאָמען שיינדל...