יום שבת, ינואר 21, 2006

דער בעל־עגלה פון מיינע יאָרן



משה לעמסטער


250-1_bigPic


אייביקייט

ס'איז דער הימל בלוי
אַרום־אַרום אַלץ גרינט –
אין שאָטן פון אַ בוים
אַ מאַמע וויגט איר קינד.

זי זינגט אַ שטילע ליד,
נאָר אירע ווערטער הערט
דער וואָס היט און וויגט
אין שטערנשויס די ערד.

געווען איז ביז אַצינד
און תמיד זיין אַזוי –
אַ מאַמע וויגט איר קינד
אין שאָטן פון אַ בוים...



red rooster



אונדזער שוחט שעיה עלקיס

ער איז געשטאַנען
און האָט געשחטן הינער
איך בין ניט ווייט פון אים געזעסן –
געלייענט אויף אַ קול מיינע יידישע לידער
וועגן לעבן, ליבע, און וועסנע...

דערנאָך כ'טו אַ קוק אויף אים פון מיין ווינקל.
ער לייגט אַוועק דעם פאַרבלוטיקטן חלף,
נעמט מיין העפטל,
ווי ער וואָלט גענומען אַ הינדל,
לייענט מיינע לידער,
ווי ער וואָלט געדאַוונט.

ער זאָגט מיר:
– נישקשה, דווקא נישקשה,
אין דיינע לידער אָפּזוכן קענען
עטלעכע שורות, וואָס זיי זענען כּשר,
די דאָזיקע שורות זאָלסטו ניט פאַרשעמען,

זײ זאָלסטו צערטלען, משה, און היטן,
די שורות מיט געטלעכע פונקען באַקרוינטע.
צעבלאָז זשע די פונקען ס'זאָלן די לידער
ווי חנוכּה־ליכטלעך
פלאַמען און לויכטן...

רב שעיה אַ הון נעמט.
איך אַהיים דאַרף שוין לויפן,
וואו די מאַמע אין קיך פון באַגינען זיך פּאָרעט.
אַ האָן אַ געשחטענער ליגט אין מיין קוישל
מיט וועלכן פאַרטאָג
כ'האָב געשלאָגן כפרות.


CHAGALL creation


אַמאָל בראשית


אונטער אַן עפּלבוים
איך מיט אַ מיידל ליג זיך
און לייען איר מיינע לידער־עפּל.
זי דרעמלט,
צעקייען וויל זי ניט זייער עיקר
זיי פאַלן שטיל פאַריתומט לעבן...

נאָר פּלוצעם איר
אַן עפּל־ליד עס טוט געפעלן.
זי נעמט די סטראָפעס אויף די ליפּן,
פאַרזוכט די שורות,
יעדער וואָרט,
דעם קערן –
און מיטאַמאָל באַמערקט,
אַז אויפן עפּל־ערד
מיר נאַקעט ביידע ליגן.
אַז פון איר יונגן גוף די עפּל
איך גלעט און צערטל
און דאָס איז אויכעט איר געפעלן,
אַז לאַנגזאַם קײקלט זיך צום אָוונט
דער גרויסער,
רויטער,
עפּל־זון...

אַ קול דערהערט זיך פון דער ווייטנס:
– וואו ביסטו טאָכטערל,
וואו ביסטו?
– אָט בין איך טאַטע, נאָר איך בין נאַקעט!
– עס לײענט שוין ווידער
דיר זיינע לידער –
דער לידלער, גראַמער,
דער בעסאַראַבער עפּל־גנב.
איך האָב דיך טאָכטערל, געבעטן
זאָלסט ניט פאַרזוכן זיינע לידער־עפּל,
זײנע געגראַמטע ווערטלעך און געדאַנקען.
ארויס זשע בײדע פון מיין גאָרטן!
פאַרנעמען זאָלט איר זיך פון דאַנען!...

עס זענען פעסט פאַרשפּאַרט די טויערן.
פאַרגאַנגען איז דער עפּל־זון.
פון הימלסעדער,
פון די ווייטע רוימען –
עפּל־שטערן פאַלן מיט אַ קלונג...


CHAGALL breyshis



דער בעל־עגלה פון מיינע יאָרן


דאָס לעבן איז אַ שיינער חלום,
וואָס ער צעשטראַלט זיך אויף דער ערד...
עס טרייבט דער יונגער בעל־עגלה
די גיכע יאָרן – פלינקע פערד.

די רעדער קלאַפּן, פונקען פליִען
דער בעל־עגחה מיך איצט פירט.
אַ מײדל זיצט אויף מײנע קניִעס,
אַ פעסל וויין פאַרויס, פאַר מיר.

איז וואָס זשע, אַז ערשט גלייך ווי נעכטן
עס האָט אַ שאָס געטאָן זײן בײטש...
אָט אין געשפּאַן געווען בלויז זעכצן,
און אָט שוין זעכציק פערד ער שמײסט.

איז וואָס זשע, אַז שוין אפשר מאָרגן
ער "פּרו-ו-ו..." אַ שרײ טאָן וועט די פערד –
איך האָב דאָך זיי אַמאָל געבאָרגן
נאָר אויף איין לעבן, ניט אויף מער.

טרייב זשע, טרייב, די פערד, די פלינקע,
וואָס ס'איז באַשערט איז דאָס זאָל זיין.
איך וועל באַווייזן אויסצוטרינקען
דעם מיידלס ליבע, דאָס פעסל וויין.

איך וועל באַווײזן, בעל־עגלה,
צו בענטשן דיך, די גיכע פערד,
און יענעם מאָרגנדיקן חלום,
וואָס ער באַלויכטן וועט די ערד!






ia-shtetl

יום שני, ינואר 02, 2006

...וואַרט אויס אַ רגע

משה לעמסטער


ART154977meshupar


מיין גלות־גלעקל

כ'האָב אויסגעטאָן פון זיך
דאָס געלע גלות־גלעקל
און עס אויפגעהאַנגען
...אויף אַ בוים אין פעלד

,זאָל עס דאָרטן הענגען
,וואו די ווינטן בלאָזן
,וואו די רעגנס שמייסן
.וואו עס בריט די קעלט

,זאָל עס דאָרטן קלינגען
ווי קלינגען פלעג עס פריער
,און מײנען, אַז ס'הענגט נאָך
...נאַרעלע, אויף מיר


az der rebe


רעלאַטיווקייט

,
מיר זיצן ביי אַ גלעזל מעשיות
– טרינקען וויין פון ביכער גראָבע
,דער ביכער־וויין איז פול מיט מעלות
.די גלעזלעך מעשיות – פול מיט גראָדן

,נאָך פרישן ביכער־וויין מיר שיקן
– אויף גלעזלעך מעשיות מאַכן ברכות
מיר פון די מעשיות ווערן שיכור
...און פונעם וויין באַקומען חכמה

אָט פּלוצעם לעבן טיש באַווייזט זיך
,אַלבערט איינשטיין
,זיין פּיפּקע פייערט
,ער טרינקט אויס אַ גלעזל מעשיות
"!הייבט אויף אַ בוך און זאָגט – "לחיים

:מיר זינגען
לאָמיר אַלע אינאיינעם, אינאיינעם"
,איינשטיינען מקבל־פּנים זיין
– איינשטיינען מקבל־פּנים זיין
,לאָמיר אַלע אינאיינעם
,לאָמיר אַלע אינאיינעם
"...טרינקען אַ ביכעלע וויין

בײם טיש מיר זיצן מיט אײנשטײנען
ער, שטיל דערציילט אַ סוד אַ טיפן
אַז איצט אפילו אין גן־עדן
איז אַלץ געוואָרן רעלאַטיווער

,אָט נעמט אַלבערט אין הענט זיין פידל
– און מיט ניגונים אונדז באַרויכערט
אַ שײנע וועלט אַ רעלאַטיווע
...דער טרוים איז וואָר און וואָר – די טרוימען
– ווען מיר זענען געוואָרן ניכטער
,ניטאָ איינשטיין
.ניטאָ זיין פידל
און בלויז די פּיפּקע אויף א ביכל
– גערויכערט האָט זיך מיט אַ ניגון

לאָמיר אַלע אינאײנעם, אינאײנעם"
"...אײנשטײנען מקבל־פּנים זײן,אײנשטײנען מקבל־פּנים זײן



Henri-Matisse-Naked

ווי דער ערשטער

,איז וואָס זשע
אַז די דאָזיקע ווערטער
האָט מען געזאָגט שוין
?אַזוי פיל מאָל אויף דער ערד
היינט זאָג איך זיי דיר
,ווי איך וואָלט געזאָגט זיי דער ערשטער
,ווי דו וואָלסט געווען יענע ערשטע
,וואָס די ווערטער
.די אייביקע הערט

היינט זאָג איך זיי דיר
אַזוי ווי ס'האָט אפשר
...גאָט "יהי אור" בראשית געזאָגט
און מיטאַמאָל פון מיינע פיר ווערטער
אויך ליכטיקער ווערט
,אויף אַ שטראַלכל די וועלט
:די נאַכט און דער טאָג
...איך האָב דיך ליב,איך האָב דיך ליב



hanu31



די נשמה

מסתמא יעדער נשמה
האָט אין די הימלען
איר נומער
און נאָמען
ס'זאָל מיט איר אין אַ געוויסער צייט
פאַרבינדן גרינג און גיך זיך קאָנען
.עמעצער פון די הימל־לייט

מע זאָל אויפן ווילן
איר וויכטיקסטן ווירקן
,העלפן מיט עפּעס
צי איר געבן אַן עצה
,ווען ערגעץ אין מיין גוף
אין אַ ליכטיקן ווינקל
זי פּייניקט זיך בײ נאַכט
...מיט אַ נשמה־ווײטיק

,כ'האָב אין אַ טאָג, ווי אין אַ חלום
,פּלוצעם אַ ניגון אין זיך דערהערט
דערנאָך אַ קול אומבאַקאַנטן
?ביסט משה בן ישעיהס נשמה –
וואַרט אויס אַ רגע
באַלד וועט מיט דיר
...דיין האַר – דער אייביקער רעדן
:אַ ליכטיקע שטילקייט
,אַלאָ –
...שלום



noxn regn levitan



דאָס אוראייניקל

,אַ רעגנדל
אַ רעגנדל אַ יונגס
פון דער ווייטנס קומט צו לויפן
,אויף אַ דאַך עס טוט אַ שפּרונג
– טוט אַ גליטשע זיך פון אויבן

,אויף מיין נייעם רעגן־מאַנטל
אויף די ליפּן, אויף די באַקן
נעמט זיך טאַנצן ווי אַ ממזר
.אויף מיין שטערן אַ האָפּאַקל

,הײ, דו, רעגן־רעגנדל
,חוצפּהניק, אומחניקער
,ווער זענען דײנע עלטערן
?צי וועמענס ביסטו אייניקל

מיין עלטער־עלטער־זיידעניו –
,געקענט האָט ער נאָך נחן
,געקענט האָט ער זײן תיבה
.און אויכעט זײנע זין
– אָט יענעם מבולס אייניקל
אור־אור־אור־אור אוראייניקל
,איך בין
,איך בין
...איך בין



der fidler