יום שבת, מרץ 10, 2007

--

*

מיין יידיש
ט ר י פּ ט י ך

1

מיין וואונדער־וואַנדער־שפּראַך,
מ'האָט דיך געהערט אויף אַלע וועגן.
היינט גייסטו מיט אַ שמאָלן שליאַך.
איך וועל זיין דיין וואַנדער־שטעקן.

גייסט צום יריד נאָך, מיט די פּעק,
פול און וואָגיק יעדער פּעקל
וועסט ניט פאַרהאַלטן זיך אין וועג –
היינט בין איך דיין וואַנדער־שטעקן.

מע וויל זאָלסט שטיין אין אַ מוזיי,
מע האָט געוואָלט דיין שפּור פאַרמעקן.
דאָך ביסט אין וועג!
וועסט ווייטער גיין! –
איך וועל זיין דיין וואַנדער־שטעקן!


2

יידיש, צעפּאַקעווע די פּעקלעך,
מיר בלייבן דאָ,
מיר גייען ניט אַוועק.
גענוג צו דרעמלען,
עס קלינגט פון לאַנג דער וועקער
און ניט די גלעקער –
רופן דיך צום לעצטן וועג.

אַנטשולדיק זיך
פאַר די באַגלייטער־חברה,
כאָטש זייערע טיכעלעך פון טרערן זיינען נאַס,
כאָטש אויף פּאַפּירעלעך זיי האָבן שיינע רעדעס –
זאָג האָסט געשפּאַסט.
דו האָסט דאָך ליב אַ שפּאַס.

ס'איז ניט די צייט נאָך
פאַר געזעגן־כוסות.
סע איז נאָך פרי
צו זיצן אויף די פּעק.
יידיש, צעפּאַקעווע די אוצרות!
מיר בלייבן דאָ,
מיר גייען ניט אַוועק!


3

קופּיטיע, קויפטשעט יידיש־אוצרות,
פיל פּעק געבראַכט כ'האָב אויפן מאַרק.
אויב געלט איר האָט ניט אויף צו קויפן
איך וועל אייך שענקען, כ'בין ניט קאַרג.

רעגנס גיסן, שנייען פאַלן
כ'נעם פון פּאַק אַ ליד אַרויס...
לעבן מיר די אוצרות שטראַלן,
ס'איז וואַרעם, ווי אין מאַמעס שויס.

באַלד פאַרשפּאַרט מען שוין די טויערן,
באַלד פאַרמאַכט זיך דער יריד –
כ'בעט אייך, טוט מיר ניט קיין טובות,
קיין נדבות דאַרף איך ניט.

ווער צו מיר היינט קאָן זיך גלייכן:
איינס, צוויי, דריי און אפשר פיר,
איך פון ראָטשילדן בין רייכער
צווישן גבירים אַ גביר.

איך בין זיכער מיט מיין סחורה,
אוצרות האָבן תמיד ווערט,
ער וועט קומען נאָך מיין קונה
די געקלאַפּ פון טריט איך הער.

צוליב אים מיין מי, מיין דינען,
צוליב איר און צוליב דיר
אויפן מאַרק איך קום באַגינען
שפּעט פאַר נאַכט כ'פאַרמאַך די טיר.

צוליב די, וואָס יידיש־אוצרות,
געשלייפט האָבן מיט בלוט און טרער,
צוליב זיי כ'בין אַ פאַרקויפער,
ווייל אויב ניט איך, איז ווער זשע, ווער?

ווייל אויב ניט איך איז ווער וועט מאָרגן
די פּעק צעפּאַקעווען פאַר פרי,
רייסן ביז פאַר נאַכט דעם גאָרגל,
זינגען אויפן מאַרק: קופּי?..

קופּיטיע, קויפטשעט יידיש־אוצרות,
היינט איך פאַרקויף זיי אויפן מאַרק.
אויב געלט איר האָט ניט אויף צו קויפן
איך וועל אייך שענקען, כ'בין ניט קאַרג...





*

יום חמישי, מרץ 01, 2007

Ти ж мене підманула א יידישער וואריאנט פון


--




"פּידמאַנולאַ, פּידוועלאַ"


Ти казала в понеділок 
Підем разом по барвінок,
Я прийшов, тебе нема,
Підманула-підвела.
Приспів:
Ти ж мене підманула,
Ти ж мене підвела,
Ти ж мене молодого
З ума-розуму звела.
Ти казала у вівторок
Поцілуєш разів сорок,
Я прийшов, тебе нема,
Підманула-підвела.
Ти казала у середу
Підем разом по череду,
Я прийшов, тебе нема,
Підманула-підвела.
Ти казала у четвер
Підем разом на шпацер,
Я прийшов, тебе нема,
Підманула-підвела.
Ти казала у п'ятницю
Підем ми на вечорниці,
Я прийшов, тебе нема,
Підманула-підвела.
Ти казала у суботу
Підем разом на роботу,
Я прийшов, тебе нема,
Підманула-підвела.
Ти казала у неділю
Підем разом на весілля
Я прийшов, тебе нема,
Підманула-підвела.
Ти казала: "Я умру"
Я купив тобі трумну
Я прийшов, а ти жива,
Підманула-підвела.



האָסט מיך ווידער אָפּגענאַרט
(אַ ייִדישער וואַריאַנט פון דער אוקראַינישער פאָלקסליד: "פּידמאַנולאַ, פּידוועלאַ")

bhagr khs: האָסט געזאָגט, וועסט קומען זונטיק
ווען די שטערן פרײלעך ווינקען
האַלבע נאַכט ביים פּלויט איך וואַרט –
האָסט מיך, מײדל, אָפּגענאַרט! י

רעפרען:
דו האָסט מיך אָפּגענאַרט,
דו האָסט מיך דאָך פאַרנאַרט
דו ביי מיר ביים יונגן בחור
צוגעגנבט האָסט דאָס האַרץ.

האָסט געזאָגט וועסט קומען מאָנטיק
קאָכסטו אָפּ אַ יויך מיט מאָנדלעך
מיט אַ לעפל כ'זיץ און וואַרט –
האָסט מיך ווידער אָפּגענאַרט.

האָסט געזאָגט וועסט קומען דינסטיק
נאָך מיין דאַווענען, נאָך מינחה
מיט אַ סידור כ'שטײ און וואַרט –
האָסט מיך ווידער אפּגענאַרט!

האָסט געזאָגט וועסט קומען מיטוואָך
וועט מען שטעלן אונדז אַ חופּה
מיט אַ רב איך שטײ און וואַרט –
האָסט מיך ווידער אָפּגענאַרט!

האָסט געזאָגט, אַז דאָנערשטיק
קומסט צו מיר אַריין אין שטוב
מיט אַ לעקעכל איך וואַרט –
האָסט מיך ווידער אָפּגענאַרט!

האָסט געזאָגט: – מיר גײען פרייטיק,
נאָכן בענטשן ליכט, צום טייכל –
קערלעך קויף איך – שטיי און וואַרט –
האָסט מיך ווידער אָפּגענאַרט.

האָסט געזאָגט וועסט קומען שבת
וועסטו זיין פאַר מיר מיין חוה...
איך, דיין אָדם, וואַרט און וואַרט –
האָסט מיך שבת אָפּגענאַרט!

היינט מיט דיר וועל איך זיך שײדן
כ'זוך מיר אויס אַן אַנדער מײדל –
האָסט געזאָגט: – מיר מוחל זיי,
פּרואוו הײב אָן דיין ליד פון ס'ניי –

האָסט געזאָזט וועסט קומען זונטיק
ווען די שטערן פרײלעך ווינקען
האַלבע נאַכט ביים פּלויט איך וואַרט –
האָסט מיך ווידער אָפּגענאַרט!