יום שני, פברואר 26, 2018

די ליבהאָבערין פון קונסט

די ליבהאָבערן פֿון קונסט

איך האָב זיך פֿאַרן מיידל באַרימט:
– אַ שטיבל , וואָס ניטאָ איז בײַ אַנדערע,
האָט אויסגעבויט אין שטעטל פֿאַר מיר
אַן אַרכיטעקט – אַ "מיקעלאַַנזשעלאָ"!

איך האָב זיך פֿאַרן מיידל באַרימט:
– אַ "שאַגאַל" פֿון אונדזער געגנט,
האָט באַמאָלט אַ צימער פֿאַר מיר
מיט פּאָרלעך, וואָס פֿליִען און שוועבן.

איך האָב זיך פֿאַרן מיידל באַרימט:
–"סטראַדיוואַרי" – אים רופֿן די ייִדן,  
האָט באַשאַפֿן אַ בעט פֿאַר מיר –
וואָס קאָן זינגען בײַ נאַכט, ווי אַ פֿידל.

זי האָט געזאָגט מיר מיט אַ ברען:
– איז קום זשע גיכער, ליבער,
צו דײַן "סטראַדיוואַרי"־בעט,
אין "שאַגאַל"־צימער
פֿון "מיקעלאַנדזשעלאָ"־שטיבל!...

פֿון קונסט ווערט דאָס מיידל אַנטציקט...
אַ גאַנצע נאַכט האָט פֿאַר אונדז ווי אַ פֿידל
געזונגען דאָס בעט מוזיק
פֿון אַ "בעטהאָווען"
                         אַ היגן...