יום שישי, פברואר 18, 2011

די מאַמע, די מאַשינקע "זינגער" און פֿרעמד־פּלאַנעטן מיידלעך





בײַ דעם אַלטן, באַרימטן "זינגער""
נייט מײַן מאַמע – די שנײַדערקע אָסנה,
ס'קלאַפּט אויס די ריידעוודיקע מאַשינקע:
"פּרנסה־פּרנסה־פּר...נ...סה..."

דאָ קום איך אַרײַן אין אונדזער שטיבל,
אַ ביסל שיכּורלעך, פֿאַרשטייט זיך:
פֿון ביטערן בראָנפֿן, פֿון זיסער ליבע,
מיט מיר דרײַ וווּנדערלעכע מיידלעך.

– באַקען זיך, מאַמע, מיט די חבֿרטעס מײַנע,
ערנסטע מיידלעך, ניט קיין "פֿעלן",
זיי זענען געקומען פֿון פּלאַנעטן ווײַטע
געקומען צו פֿליִען אויף אַ קאָסמישן טעלער.

די ערשטע – פֿון דער פּלאַנעטע "איקסי",
וואָס דרייט זיך אַרום דעם שטערן – "מיפּאָ"
אָ, סאַראַ אויסערגעוויינלעכע זיסקייט
אירע הייסע קושן מיט דרײַ פּאָר ליפּן.

די צווייטע – פֿון דער פּלאַנעטע "מיקסי",
דאָרט וווּ עס שײַנט דער געשטערן "גענדז",
זי קאָן גאָר גרינג אַ מאַנצביל שטיקן
ווען זי נעמט אים אַרום מיט אירע פֿיר הענט.

די דריטע – פֿון דער פּלאַנעטע "דיקסי",
וואָס איז אין קאָסמאָס ערגעץ גאָר ווײַט.
זע נאָר, סאַראַ סודות־פֿולע טיפֿקייט
אין אירע שיינע אויגן דרײַ...

די "זינגער"־מאַשינקע הערט אויף צו שטעפּן
די מאַמע באַקוקט מײַנע חבֿרטעס נײַע,
רונצלט די ברעמען, רונצלט דעם שטערן  
און זאָגט צו מיר ברוגז, זאָגט מיט אַ טענה:

"איקסי", "מיקסי", "דיקסי" –
שיקסעס!
שיקסעס נאָך אַ מאָל און ווידער!
כ'בעט שוין גאָט, אַז ער זאָל דיר שיקן
אַ ייִדישע טאָכטער פֿון דער פּלאַנעטע – ייִדן?...

כ'נעם אַרום מײַנע קאָסמישע מיידלעך
מיר גייען צו גאַסט צום קריסט, דעם שכן.                               
דער "זינגער" מיט שטעכווערטער באַגלייט מיך:
"שיקסע־בחור־שיקסע־בחור־שיקסע־ב...ח...ו...ר..."